פֿונעם 14טן ביזן 16טן יולי 2016 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר 18 ישׂראלדיקע לערערס און געסט.
די דאָזיקע אונטערנעמונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿונעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס בשותּפֿות מיט דער טוריסטישער פֿירמע "רימון", מיט וועלכער דער קאָנגרעס אַרבעט שוין דעם צווייטן יאָר צוזאַמען.
דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט געגעבן פֿיר לעקציעס. זיי זענען פֿאָרגעקומען אינעם ביוראָ פֿונעם ייִדיש־צענטער, וואָס געפֿינט זיך אינעם געבײַדע פֿון ווילנער עפֿנטלעכער ייִדישער ביבליִאָטעק.
די טעמעס פֿון די לעקציעס זענען: "ייִדיש אַלס אַ שליסל־עלעמענט פֿון דער טויזנטיעריקער אַשכּנזישער ציוויליזאַציע", "ייִדישע ליטעראַרישע קלאַסיקערס שלום־עליכם, מענדעלע און י״ל פּרץ, זייערע ענלעכקייטן און אונטערשיידן", "ווילנע אינעם שפּיגל פֿון דער ייִדישער קולטור" און "ייִדישע קולטור־טעטיקייט אין ווילנע בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה".
די התלהבֿותדיקע אָפּרופֿן פֿון די אָנטיילנעמערס קאָן מען לייענען אויף אונדזערע העברעיִשע, ענגלישע און רוסישע זײַטן.