אַ לעקציע וועגן שרײַבערס־ליטוואַקעס

Show vilne bibliotek

דעם 2טן יוני 2016 איז אין ווילנער ייִדישער ביבליאָטעק פֿאָרגעקומען די צווייטע עפֿנטלעכער לעקציע פֿונעם נײַעם ציקל, איניציִיִרט און פֿונאַנדערגעאַרבעט פֿון דער ביבליאָטעק בשותּפֿות מיטן ייִדישן וועלט־קאָנגרעס.

דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט רעפֿערירט אויף דער טעמע: "די שרײַבערס־ליטוואַקעס און זייער שאַפֿונג".

עס האַנדלט זיך וועגן די ייִדיש־שפּראַכיקע שריפֿטשטעלערס, וואָס שטאַמען פֿון ליטע און אומגעגנט.

די פּראָגראַם איז אָריענטירט אויפֿן ברייטן עולם, פֿאַראינטערעסירט אין פֿאַרשיידענע הינזיכטן פֿון דער ייִדישער קולטור.

:וועגן דער פֿאָריקער לעקציע לייענט דאָ:

http://www.yiddishcenter.org/yi/news/pearls-librar...