אַזוי הייסט דער נײַער בשותּפֿותדיקער פּראָיעקט פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס און פֿון דער ווילנער עפֿנטלעכער ייִדישער ביבליאָטעק.
מיר האַלטן פֿאַר וויכטיק זיך ניט צו באַגרענעצן מיט לעקציעס און סעמינאַרן אין פֿאַרמאַכטע לאָקאַלן, איידער דעמאָנסטרירן דעם ברייטן עולם פֿילצאָליקע ייִדישע מערקווירדיקייטן פֿון "ירושלים דליטא".
דער ערשטער אַזעלכער שפּאצירגאַנג איז פֿאָרגעקומען דעם 10טן יולי 2016. אַ דערפֿאַרענער ייִדישער היסטאָריקער איליאַ לעמפּערט האָט געוויזן 35 עקסקורסאַנטן די ערטער וווּ עס זענען געשטאַנען די גרויסע ווילנער שול און דעם ווילנער גאונס הויז, װוּ עס שטײען דער מאָנומענט דעם דאָקטער און כּלל־טוער צמח שבד און דאָס הויז פֿונעם באַרימטן ייִדישן שרײַבער חיים גראַדע, װי אױך אַ סך אַנדערע אָביעקטן, וועלכע שפּיגלען אָפּ די רײַכע ווילנער ייִדישע געשיכטע פֿון 16 – 20־טע יאָרהונדערטער.