דעם 13טן און דעם 14טן יולי 2016 איז אין ווילנער עפֿנטלעכער ייִדישער ביבליאָטעק פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר 20 לערערס און אַנדערע טוריסטן פֿון ישׂראל, אָרגאַניזירט פֿונעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס בשותּפֿות מיט דער טוריסטיק־קאָמפּאַניע "שי בר־אילן", מיט וועלכער מיר אַרבעטן שוין דאָס צווייטע יאר
דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט געגעבן די לעקציעס: "ייִדיש אַלס שליסל־באַשטאַנדטייל פֿון דער טויזנטיעריקער אַשכּנזישער ציוויליזאַציע", "ייִדישע ליטעראַרישע קלאַסיקערס שלום־עליכם, מענדעלע און י״ל פּרץ, זייערע ענלעכקייטן און אונטערשיידן", "ווילנע אינעם שפּיגל פֿון דער ייִדישער קולטור", "ייִדישע קולטור־טעטיקייט אין ווילנע בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה" און "ייִדישער הומאָר".