דעם 26סטן יוני 2016 איז אין סאַנקט־פּעטערבורג פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון ייִדישער קולטור" פֿאַר 135 אָנטיילנעמערס פֿונעם פּראָיעקט "ראָדניאַ" - "מיוחסים" אויף רוסיש.
די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן מיט דער באַטייליקונג פֿונעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס. די יוגנטלעכע (פֿון 18 ביז 27 יאָר אַלט) פֿון די רוסישע שטעט מאָסקווע, סאַנקט־פּעטערבורג, קראַסנאָיאַרסק, סאַראַטאָוו און פּענזאַ, האָבן מיט גרויס אינטערעס אויסגעהערט די לעקציעס פֿון ד"ר וואַלענטינאַ פֿעדטשענקאָ (די פֿאָרשטייערין פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס) וועגן ייִדיש, ליטעראַטור און הומאָר.
"מיוחסים" איז אַ שעפֿערישער בילדונגס־פּראָיעקט, וועמענס ציל איז צו באַקענען די ייִדישע יוגנט אין רוסלאַנד מיט די פֿאַמיליען־געשיכטעס אינעם קאָנטעקסט פֿון אַלגעמיינער געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, פֿון זײַן אינטעלעקטועלער און גײַסטלעכער ירושה.
דער דאָזיקער פּראָיעקט ווערט געשטיצט פֿון דער פֿונדאַציע "גענעזיס" און װערט דורכגעפֿירט אויף דער באַזע פֿון דער ייִדישער סטודענטן־אַסאָציאַציע "הילל". מער פּרטים, ווי אויך די אָנטיילנעמערס אָפּרופֿן, לייענט ביטע אויף אונדזערע ענגליש־ אָדער רוסיש־שפּראַכיקע זײַטן.