ייִדיש איז געקומען צו דער ישׂראלדיקער אַרמיי

Show officers2

דעם 8טן סעפּטעמבער 2016 האָט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, געלייענט אַ לעקציע "וואָס האָט ייִדיש צו זאָגן אינעם 21סטן יאָרהונדערט" פֿאַר גאָר אַן אומגעוויינטלעכן עולם: 43 אָפֿיצירן פֿון דער ישׂראלדיקער פֿארטיידיקונגס־אַרמיי. די אימפּרעזע איז פֿאָרגעקומען אינעם ווילנער ביוראָ פֿונעם ייִדיש־צענטער אינעם גערעם פֿון בילדונגס־פּראָיעקט "מהות". זי איז אַ רעזולטאַט פֿון אונדזער מיטאַרבעט מיט דער בילדונגס־אָפּטיילונג פֿונעם ישׂראלדיקן מיליטער, מיטן העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים און מיט דער פֿונדאַציע "גענעזיס".

צו דער דאָזיקער לעקציע האָבן מיר זיך לאַנג און ערנסט צוגעגרייט, האָבנדיק באַשטימטע ספֿקות לגבי דער רעאַקציע פֿונעם געגעבענעם עולם. אָבער די ווירקלעכקייט האָט איבערגעשטיגן די סאַמע דרייסטע דערוואַרטונגען. די אָפֿיצירן האָבן אויפֿגענומען אונדזער טעמע מיט ריזיקן אינטערעס, מיט וואַרעמקייט און התלהבֿות. לאָמיר האָפֿן אַז דאָס איז געווען נאָר דער אָנהייב פֿון אונדזער לאַנגער און פֿרוכטבאַרער מיטאַרבעט מיט דער ישׂראלדיקער אַרמיי.