ייִדיש־סעמינאַר אין אָדעס פֿאַר אוקראַיִנישע לערערס

Show col9 jewish educators group

פֿונעם 2טן ביזן 5טן יוני 2016 איז אין אָדעס פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון ייִדישער קולטור" פֿאַר 30 לערערס פֿון פֿאַרשיידענע אוקראַיִנישע שטעט.

די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס.

טאַטיאַנאַ באַטאַנאָוואַ – אַ ייִדיש־לערערין פֿון קיִעווער מאָהיליאַנסקע אַקאַדעמיע - האָט געלייענט צוויי לעקציעס: "די ווײַטע־נאָענטע וועלט פֿון שלום־עליכם אויפֿן בײַשפּיל פֿונעם שטעטל כּתריאלעווקע" און "לעבן ווי גאָט אין אָדעס".

די צווייטע לעקציע איז געווען געווידמעט דעם אָדעסער פּעריִאָד אינעם לעבן און שאַפֿונג פֿון באַרימטע ייִדישע קולטורעלע און געזעלשאַפֿטלעכע טוערס: שלום־עליכם, מענדעלע מוכר־ספֿרים, חיים־נחמן ביאַליק, זאבֿ זשאַבאָטינסקי, שמעון פֿרוג, איזאַ קרעמער א"אַנד.

ביידע לעקציעס זײַנען אויפֿגענומען געוואָרן מיט ריזיקן אינטערעס. די אָפּרופֿן מצד די אָנטיילנעמערס זײַנען אַזוי פּאָזיטיוו און וואַרעם, זייער ווילן פֿאָרצוזעצן אַזעלכע אַקטיוויטעטן איז אַזוי אױפֿריכטיק שטאַרק, אַז מיר האָבן באַשלאָסן אָרגאַניזירן אַ "ייִדישע וואָך" אין אָדעס סוף סעפּטעמבער הײַ־יאָר.