סעמינאַר און עקסקורסיע אין אָדעס פֿאַר ישׂראלדיקע לערערס

Show odessa tour

פֿונעם 29סטן ביזן 31סטן מאַי 2016 איז אין אָדעס פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון ייִדישער קולטור" פֿאַר 30 לערערס פֿון ישׂראל, אָרגאַניזירט פֿונעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס. די גרופּע איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿון דער טוריסטישער פֿירמע "The Lion Travel", אָנגעפֿירט פֿון אַנדזשעלאַ מינדל.

די ישׂראלדיקע פּעדאַגאָגן זײַנען אָנגעקומען אין אָט דער אוקראַיִנישער שטאָט (אַמאָליקער ברויזנדיקער צענטער פֿונעם ייִדישן געזעלשאַפֿטלעכן און קולטורעלן לעבן פֿון אַלוועלטלעכער באַדײַטונג) ניט נאָר כּדי צו באַקענען זיך מיט ייִדישער שפּראַך און קולטור, איידער אויך כּדי צו באַזוכן די ערטער, געבונדענע מיט שאַפֿונג פֿון אָנגעזעענע ייִדישע און העברעיִשע פּען־מענטשן: שלום־עליכם, מענדעלע מוכר־ספֿרים, חיים־נחמן ביאַליק, זאבֿ זשאַבאָטינסקי, שמעון פֿרוג א"אַנד.

דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט געגעבן פֿיר לעקציעס: "די אוקראַיִנישע מאפּע אין דער ייִדישער ליטעראַטור", "אָדעס אין דער ייִדישער ליטעראַטור", "ייִדישע ליטעראַטור אין געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, איר אויפֿבלי און טראַגישער אומקום" און "קעגנזײַטיקער אײַנפֿלוס פֿון ייִדישן און אוקראַיִנישן פֿאָלקלאָר".

אַ חוץ דעם, האָט ד"ר יושקאָווסקי דורכגעפֿירט אַן עקסקורסיע איבער אָדעסער מערקווירדיקע פּלעצער וווּ עס האָבן געלעבט און געשאַפֿן ייִדישע פּראָזאַיקערס, דיכטערס און זשורנאַליסטן. די פּראָגראַם איז געקרוינט געוואָרן מיט אַ לעקציע־קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער.

די אָפּרופֿן מצד די אָנטיילנעמערס זײַנען אַזוי פּאָזיטיוו און וואַרעם, זייער ווילן פֿאָרצוזעצן אַזעלכע אַקטיוויטעטן איז אַזוי אױפֿריכטיק שטאַרק, אַז מיר האָבן באַשלאָסן אָרגאַניזירן אַ "ייִדישע וואָך" אין אָדעס סוף סעפּטעמבער הײַ־יאָר.