לערערס פֿון אוקראַיִנישע שולן לערנען זיך ייִדיש

Show kiev2016seminar

פֿונעם 26סטן ביזן 29סטן יוני 2016 איז אין קיִעוו פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור", אָרגאַניזירט פֿונעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס.

עס האָבן זיך באַטייליקט העכער 20 לערערס פֿון אוקראַיִנישע שולן, וווּ עס ווערן געלערנט ייִדיש און העברעיִש, פֿון די שטעט: קיִעוו, זשיטאָמיר, לעמבערג, וויניצע, דניעפּראָפּעטראָווסק, אָדעס, סומי, בערדיאַנסק און טשערנאָוויץ.

אויף דער דערעפֿענונג האָט אויפֿגעטראָטן דער פֿאָרזיצער פֿון דער אוקראַיִנישער ייִדישער פֿונדאַציע, אַרקאַדי מאָנאַסטירסקי.

דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט געגעבן פֿיר לעקציעס. איינע פֿון זיי, "שלום־עליכם - דער אומאיבערשטײַגלעכער ייִדישער קלאַסיקער", איז דורכגעפֿירט געוואָרן אינעם היגן ייִדישן מוזיי. אַ חוץ דעם, האָט ד"ר יושקאָווסקי רעפֿערירט אויף די טעמעס: "ייִדיש און די טויזנטיעריקע אַשכּנזישע ציוויליזאַציע", "אָפּשפּיגלונג פֿון משפּחהדיקע דילעמעס און קאָנפֿליקטן אין ייִדישער ליטעראַטור" און "די ייִדישע קולטור אין סאָוועטן־אוקראַיִנע".

אַלינאַ פּאָלאָנסקאַיאַ – אַ ייִדיש־דאָקטאָראַנטקע פֿון בר־אילן־אוניווערסיטעט, וואָס האָט לעצטנס געענדיקט דעם יידיש־קורס בײַם פּאַריזער מעדעם־צענטער, האָט אונטערריכט די ייִדישע שפּראַך פֿאַר די אָנהייבערס.

ד"ר נאַטאַליע רינדיוק – אַ ייִדיש־לערערין פֿון קיִעווער מאָהילע-אַקאַדעמיע - האָט דערציילט וועגן דעם שרײַבער און פֿאָלקלאָר־פֿאָרשער ש. אַנ-סקי און וועגן אַלטע ייִדישע פּאָסטקאָרטלעך. איר קאָלעגע, טאַטיאַנאַ באַטאַנאָוואַ, האָט רעפֿערירט אויף די טעמעס: "אַ זשאַרגאָן צי אַ מאַמע־לשון?" און "געאָגראַפֿיע פֿון ייִדישלאַנד, דאָס שטעטל אין געשיכטע און אין ליטעראַטור".

די אונטערנעמונג איז געקרוינט געווארן מיט אַ לעקציע־קאָנצערט "לידער פֿון דער ייִדישער נשמה", אויסגעפֿירט פון סעראפימא גארעלאווא.

די אונטערנעמונג איז געקרוינט געוואָרן מיט אַ לעקציע־קאָנצערט "לידער פֿון דער ייִדישער נשמה", אויסגעפֿירט פֿון סעראַפֿימאַ גאָרעלאָוואַ.

אַ סך פֿאָטאָגראַפֿיעס קאָן מען זען אויפֿן וועבזײַטל

http://jewishkiev.com.ua/novosti-fonda/seminar-zhe...