דעם 2טן יאַנואַר 2019 האָט דער פֿאָרשטייער פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס - פּראָפֿעסאָר פֿונעם סאַנקט־פּעטערבורגער אוניווערסיטעט וואַלערי דימשיץ – געגעבן צוויי לעקציעס וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור אויפֿן סעמינאַר פֿאַר יונגע ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע טוערס פֿון רוסלאַנד.
די אימפּרעזע איז פֿאָרגעקומען אינעם גערעם פֿון דער פּראָגראַם "כּנפֿיים" (פֿליגלען), וועלכע גרייט צו קינפֿטיקע קהילה־לייטערס (מנהיגים). זי איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס בשותּפֿות מיט דער רעגיאָנעלער אָפּטיילונג פֿון דער אַמעריקאַנער וווילטעטיקער אַסאָציאַציע ״דזשוינט״.
פּראָפֿ' דימשיץ האָט דערציילט וועגן די וועגן פֿון דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער פּראָזע און וועגן דער קולטורעלער אייגנאַרטיקייט פֿון ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות.
מיר האָבן באַקומען גינסטיקע, וואַרעמע אָפּקלאַנגען; מען קאָן זיי לייענען אויף אונדזערע העברעיִשע, ענגלישע און רוסישע זײַטלעך.