דעם 19טן מאַי 2019 איז אין קיִעוו, אינעם אוקראַיִנישן נאַציאָנאַלן מוזיי פֿון קונסט, פֿאָרגעקומען אַ לעקציע "מאַרק שאַגאַל – דער קינסטלער וואָס פֿלעגט מאָלן אויף ייִדיש".
עס האָט רעפֿערירט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי.
דער עולם (אַ 60 מענטשן, בעיקר די מוזיי־מיטאַרבעטערס) האָט זיך דערוווּסט, אַז דער גרויסער מאָלער פֿלעגט שאַפֿן ניט נאָר בילדער און צייכענונגען, אָבער אויך לידער אויף ייִדיש.
איינער פֿון די גרינדערס פֿון דער "קולטור־ליגע" (וואָס איז עטאַבלירט געוואָרן אין 1918 אין קיִעוו), מאַרק שאַגאַל האָט אילוסטרירט ייִדישע ביכער און שפּריכווערטער.
מיט אַ סך ייִדישע דיכטערס און פּראָזאַיִקערס, ווי אויך מיט ישׂראלדיקע פּאָליטיקערס, האָט ער זיך איבערגעשריבן אויף ייִדיש.
דער לעקטאָר האָט באַטאָנט, אַז אָן קענטענישן אינעם געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור איז אוממעגלעך פֿולשטענדיק צו באַנעמען שאַגאַלס שאַפֿונג.