סעמינאַר אין ווילנע פֿאַר אַקטיוויסטן פֿון יוגנט־אָרגאַניזאַציעס פֿונעם געוועזענעם ראַטנפֿאַרבאַנד

Show 17sng

פֿונעם 15טן ביזן 17טן יוני 2017 איז אין ווילנע פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר ״פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור״ פֿאַר די אַקטיוויסטן פֿון ייִדישע יוגנט־אָרגאַניזאַציעס פֿון רוסלאַנד און אַנדערע מדינות פֿונעם געוועזענעם ראַטנפֿאַרבאַנד. די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס בשותּפֿות מיט דער אמעריקאַנישער וווילטעטיקער אָרגאַניזאַציע ״דזשוינט״.

דעם סעמינאַר האָבן דורכגעפֿירט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער דאָקטאָר מרדכי יושקאָווסקי און פּראָפֿעסאָר פֿון סאַנקט־פּעטערבורגער אוניווערסיטעט וואַלערי דימשיץ.

אויסער דעם, האָט דער הויפּט פֿון דער אָפּטיילונג פֿאַר בילדונג פֿון ״דזשוינט״ דאָקטאָר אסף קניאל געגעבן צוויי לעקציעס אויף פֿאַרבונדענע טעמעס.

אַחוץ דעם האָט די פּראָגראַם פֿון דעם סעמינאַר אַנטהאַלטן די פֿוסגייעריקע עקסקורסיע אויף די ייִדישע ערטער פֿון דער ליטווישער הויפּטשטאָט און אַן אויטאָבוס־רײַזע מיט דעם באַזוך פֿון דעם אָרט פֿון מאַסנמערדערונג פֿון ווילנער ייִדן דורך די נאַציס און זייערע באַהעלפֿערס – פּאָנאַר.

אַלע לימודים און אויך אַ קאָנצערט-לעקציע ״לידער אויף ייִדיש - לידער פֿון אונדזער נשמה״ מיט באַטייליקונג פֿון דעם משפּחה־אַנסאַמבל ״קלעזמער קלאַנגען״ האָבן אַרויסגערופֿן אַן אמתן אינטערעס פֿון דעם עולם. די סטודענטן האָבן געזונגען און געטאַנצט אין איינעם מיט די אַרטיסטן.

נאָך דער קאָנצערט־לעקציע האָבן מיר געקראָגן אַן אומגעוויינטלעכן אָפּרוף פֿון דעם פּרעסע סעקרעטאר פֿון ווילנער דראַמאַטישן טעאַטער רוטאַ יאַקימאַוסקענע, וועמענס אַרבעט־אָרט געפֿינט זיך בשכנות מיט אונדזערן: ״מיר האָבן נישט געוווּסט, וואָס פֿאַר אַן אונטערנעמונג עס קומט פֿאָר בײַ אײַך, אָבער מיר האָבן געעפֿנט די פֿענסטער און האָבן צוגעהערט צו דער מוזיק ווי פֿאַרכּישופֿט. קומעדיק מאָל, זײַט אזוי גוט, פֿאַרבעט אונדז צו זיך״. און אָט זײַנען די אָפּרופֿן פֿון עטלעכע טיילנעמערס:

״א דאַנק אײַך האָב איך פֿאַרשטאַנען, אז ייִדיש שטעלט זיך פֿאָר אַ טויזנטיעריקע ציוויליזאַציע און אַ מין וויזיטקאַרטל פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק״ (אָקסאַנאַ מאַטוויענקאָ, מירגאָראָג, פּאָלטאַווער געגנט, אָרגאַניזאַציע ״חסד שחר״)

פֿאַר אַזאַ קורצן טערמין האָט דער דאָזיקער סעמינאַר געקענט נישט נאָר צוציִען די אופֿמערקזאַמקײט צו ייִדישער קולטור, נאָר אויך באַשאַפֿן אַן אינטריגע. איצט וואָלט איך געוואָלט דורכפֿירן די זעלביקע אונערנעמונג אין מײַן שטאָט״ (יאַראָסלאַוו טימאָשטשוק, דניפּראָ/דניעפּראָפּעטראָווסק, ייִדישער קהלשער צענטער ״שטרויעלע״)

איך האָב געקראָגן נײַע, זייער אַ ניצלעכע אינפֿאָרמאַציע פֿאַר זיך, וואָס וועט צונוץ קומען אין מײַן אַרבעט״ (סאַשאַ סאַיאַפּינאַ, קראַסנאָדאַר, ״חסד־תּקווה״)