​לעקציעס וועגן ייִדיש פֿאַר פּראָפֿעסאָרן פונעם קאַטוילישן אוניווערסיטעט אין לעמבערג

Show 17lemberg

דעם 14טן דעצעמבער 2017 האָט דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס ד"ר מרדכי יושקאָווסקי געלייענט צוויי לעקציעס פֿאַר פּראָפֿעסאָרן און אנדערע לעקטאָרן און וויסנשאַפֿטלערס פֿונעם קאַטױלישן אוניווערסיטעט אין לעמבערג (לעמבעריק, לוואָוו).

ד"ר מרדכי יושקאָווסקי איז געקומען אין אָט דער אוקראַיִנישער שטאָט לויט דער אײַנלאַדונג פֿונעם הומאַניטאַרן פֿאַקולטעט, וואָס איז איניציאירט געוואָרן פֿונעם פּראָפֿעסאר אַלכּסנדר זײַצעוו, וועלכער האָט זיך באַטייליקט אין אונדזער ווילנער סעמינאַר פֿינף חדשים פֿריִער.

אָט זײַנען די טעמעס פון ד"ר יושקאָווסקיס לעקציעס: "ייִדיש אַלס אַן אוצר פֿונעם קאָלעקטיוון נאַציאָנאַלן זיכּרון, פֿון דער אינטעלעקטועלער און גײַסטלעכער ירושה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק" און "דאָס שטעטל אַלס אַ קולטורעל־סאָציאָלאָגישער פֿענאָמען פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין מזרח־אייראָפּע".

ס'איז כּדאי צו באַטאָנען אַז דער לעמבערגער קאַטױלישער אוניווערסיטעט איז איינער פֿון דרײַ אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן אין אוקראַיִנע, וווּ מע לערנט ייִדיש און אַנדערע ייִדישקייטס־דיסציפּלינעס.