​ייִדיש־סעמינאַר פֿאַר לערערס פֿון ייִדישע שולן אין קיִעוו

Show 17kiev

דעם 17-15טן דעצעמבער 2017 האָבן פֿיר פֿאָרשטייערס פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס: זײַן אַקאַדעמישער דירעקטאָר ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, ד"ר נאַטאַליע רינדיוק, טאַטיאַנאַ באַטאַנאָוואַ און יוליאַ סמיליאַנסקאַ – דורכגעפֿירט אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר אַ גרופּע לערערס פֿון ייִדישע שולן פֿון אוקראַיִנע.

דאָס איז אונדזער דריטע אימפּרעזע אין קיִעוו אין די לעצטע חדשים פֿאַר פֿאַרשײדענעם עולם. זי איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿונעם ייִדיש־צענטער מיט דער הילף פֿונעם ייִדישן פֿאָרום פֿון אוקראַיִנע מיטן ציל צו באַזאָרגן די היגע פּעדאַגאָגן מיט טיפֿערע קענטענישן אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

ד"ר יושקאָווסקי און פֿרוי באַטאַנאָוואַ (אַ ייִדיש־לערערין אינעם נאציאָנאַלן אוניווערסיטעט "קיִעוו־מאָהילער אַקאַדעמיע" און אַ פֿאָרשערין אין דער ייִדישקייט־אָפּטיילונג פֿון אוקראַיִנישער נאַציאָנאַלער ביבליִאָטעק א"ן פֿון ווערנאַדסקי) האָבן געגעבן צו דרײַ לעקציעס; ד"ר רינדיוק (אויך אַ ייִדיש־לעקטאָרין אין "קיִעוו־מאָהילער אַקאַדעמיע") און פֿרוי סמיליאַנסקאַ (דירעקטאָרין פֿונעם קיִעווער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע לימודים) - צו איינע.

צווישן די באַטראַכטע טעמעס איז דער אוטאָפּיע־זשאַנער אין דער ייִדישער ליטעראַטור, וועלכער איז פֿאָרגעשטעלט מיט אַזעלכע יצירות ווי מענדעלעס "מסעות בנימין השלישי", שלום־עליכמס "די ערשטע ייִדישע רעפּובליק" און אַ כּמעט פֿאַרגעסענער ראָמאַן "אין דער שטאָט פֿונעם קינפֿטיקן גן־עדן", פֿאַרעפֿנטלעכט פֿון קלמן זינגמאַן (בן־יעקבֿ) אין 1918 אין כאַרקאָוו; ער מאָלט דעם חלום וועגן בשותּפֿותדיקן פֿרײַנטלעכן לעבן פֿון ייִדישן און אוקראַיִנישן פֿעלקער אויף דעם זעלבן לאַנד.