פּערל פֿון ייִדישער קולטור אין ווילנע פֿאַר ​קאַלינינגראַדער ייִדנטום

Show 17kalin

פֿונעם 23סטן ביזן 25סטן מערץ 2017 איז אין ווילנער עפֿנטלעכער ייִדישער ביבליאָטעק פֿאָרגעקומען אַ סעמינאַר "די פּערל פֿון דער ייִדישער קולטור" פֿאַר 22 פֿאָרשטײערס פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס פֿון דער מערבֿ־רוסלענדישער שטאָט קאַלינינגראַד - געוועזענער קעניגסבערג.

די אימפּרעזע איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿונעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס בשותּפֿות מיט קאַלינינגראַדער ייִדישער קהילה.

דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס, ד"ר מרדכי יושקאָווסקי, האָט געגעבן דרײַ לעקציעס: "ייִדיש אַלס אַן אוצר פֿונעם קאָלעקטיוון נאַציאָנאַלן זכּרון"; "דרײַ קלאַסיקערס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור- שלום־עליכם, מענדעלע מוכר־ספֿרים און י״ל פּרץ, זייערע ענלעכקייטן און אונטערשיידן"; "ייִדישע עמיגראַציע און ייִדישע ליטעראַטור".

די פֿאַרוואַלטערין פֿון דער ייִדישער אָפּטיילונג פֿון ליטווישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק, ד"ר לאַראַ לעמפּערט, האָט דערציילט וועגן שאפֿונגען פֿון ייִדישע אינטעלעקטואַלן און קינסטלערס אין ליטע און ווילנע ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה.

צום ערשטן מאָל האָט אין אונדזער פּראָגראַם אָנטיילגענומען די לעקטאָרין פֿונעם ווילנער אוניווערסיטעט, ד"ר ווילמאַ גראַדינסקײַטע. מיט גרויס דערפאָלג האָט זי רעפֿערירט אויף דער טעמע "אַ שטעטל, זײַן סטרוקטור און לעבן־שטייגער".

דער היגער וועגווײַזער, ניקיטאַ מייטין, האָט דורכגעפֿירט צוויי עקסקורסיעס איבער ייִדישע מערקווירדיקייטן פֿון דער ליטווישער הויפּטשטאָט: אַ שפּאצירגאַנג אין דער אַלטער שטאָט און אן אויטאָבוסן־רײַזע אײַנשליסנדיק דעם באַזוך אין פּאָנאַר.